סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

המתפלל צריך שיכוין את רגליו / הרב פנחס וויליגער

ברכות י ע"ב


פונקט ווי א מלאך

מסכת ברכות (דף י' ע"ב) אמר ר' יוסי בר' חנינא משום ראב"י המתפלל צריך שיכוין את רגליו, שנא' ורגליהם רגל ישרה, אז די מלאכים ווען זיי שטייען זענען זייער פיס צוזאמען אז עס זעט אויס ווי זיי האבען אינגאנצען איין פיס.
 

א גערער ווארט

האט די גערער רבי די אמרי אמת געפרעגט ווי אזוי ברענגט זיך די גמרא א ראי' פון מלאכים אפשר נאר די מלאכים דארפען צאמלייגען זייער פיס ווענען זיי לויבען די באשעפער, אבער א בשר ודם דארף ניט צאמלייגען די פיס, האט די גערער רבי געזאגט פשט אז די טור ברענגט אין הלכות תפילה אז ווען א יוד דאווענט דארף ער צוקומען די התפשטות הגשמיות ממילא זיינען מיר טאקע געגליכענט צו מלאכים.
 

בואי בשלום

יא עס זענען נאך געווען אזאלעכע צדיקים אין אונזער דור וואס ווען זיי האבען געדאוונט האט מען געזעהן אז זיי האלטן ביי התפשטות הגשמיות איך געדענק נאך ווען איך פלעג גיין אויף יוניוון סיטי צום הייליגען קלויזנבורגער רבי זצ"ל ווי ער האט אראפ געלייגט א מנחה ערב שבת וואס האט געדוירט בערך א שעה, אין דערנאך ער איז געשטאנען ביי בואי בשלום פאר א לענגערע צייט מיט פארגלייזטע אויגען אין פילע עקסטנס אין דביקות אינעם אור אין סוף ב"ה אזא קבלת שבת קען מען ניט פארגעסען.
 

די רודניק'ע עילוי

ווען די קלויזנבורגער רבי זצ"ל איז נאך געווען א בחור איז ער איינמאל געווען אין די שטאט מונקאטש אין פארברענגט מיט'ן גרויסען גאון די מונקאטשר רב די בעל מנחת אלעזר איז געווען אמאל ווען די מונקאטשער רב האט געשיקט זיינס א גבאי זאל גיין רופען די רודנקער עילוי ווי מען האט אים יאמאלט גערופען, איז די גבאי צורקיגעקועמן אין געזאגט אז ער האלט אין מיט'ן ויברך דוד, האט די מונקאטשער רב געפרעגט ווי ביי ויברך אדער דוד, יא ביי עם איז געווען ווי די קוצק רבי האט געטייטש בא אתה וכל ביתך אל התיבה אז ווען מען זאגט ארויס א תיבה ביי דאווענען דארף דאס זיין מיט זיין גאנצע פנימיות אין מיט אלע זיינע כוחות הנפש דאס מיינט בא אתה וכל ביתך אל התיבה. אין דאס קען אפשר זיין וואס ר' אליעזר בן יעקב האט געזאגט המתפלל צריך שיכוון את רגליו, אז דאס גאנצע גוף פונעס קאפ ביזען פיס דארף זיין אריינגעטוהן אין עבודת התפלה און צוקומען צו די מדריגה פין א מלאך.

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר