סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

ברכת הנהנין / הרב פנחס וויליגער

ברכות לה ע"א

 

די הלכה אין מירון

מסכת ברכות (דף ל"ה ע"א) די פרק כיצד מברכין רעדט ארום די דינים פון ברכת הנהנין אין די גמרא לערענט ארויס אז מען דארף מאכען א ברכה בעפאר מען נעמט אריין א מאכל אין מויל פון א קל וחומר כשהוא שבע מברך כשהוא רעב לא כל שכן וכו' להלכה נעמען מיר אן אז ברכת הנהנין איז נאר מדרבנן.

 

נפתלי אין רשב"י

אין זוהר פרשת עקב שטייט אז ברכת הנהנין איז מן התורה אין אזוי ווערט צו געברענגט אין ספר שעה"ק לרבינו חיים ויטאל ז"ל, אין אזוי שטייט אויך אין תרגום אונקלוס אופן פסוק נתפלי אילה שלחה הנותן אמרי שפר תהי מעבדא פירין יהון ומודין ומברכין עליהון. איז משמע אז ברכת הנהנין איז מדאורייתא.

 

די חידוש פון די קוזוגלובער גאון

שרייב די קוזוגלוב גאון זצ"ל אין זיין ספר שו"ת ארץ צבי (סי' כ"ז) אז ווען ער איז געווען ל"ג בעומר אין מירון אין יאר תרצ"ה האט ער מחדש געווען אז לכאורה דארף מען פארשטיין פארוואס עפעס דווקא ביי שבט נפתלי שטייט די הלכה אז מען דארף מאכען א ברכה אויף פירות, נאר וויבאלד מירון איז אין חלק פין שבט נפתלי, און רשב"י איז דער וואס פסקנ'ט אז ברכת הנהנין איז מדאורייתא, און די הלכה איז אז אין די מקום ווי די יחיד וואוינט איז די הלכה ווי עם (עיין מסכת שבת דף ק"ל ע"א) און וויבאלד מירון איז די מקום ווי רשב"י דערפאר בלייבט די הלכה אין מירון ווי רשב"י און דערפאר פסקנט די תרגום אז דווקא אין די חלק פון נפלתי איז די הלכה אז ברכת הנהנין איז מן התורה, ודפח"ח.

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר