סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

תפלות אבות תקנום / הרב פנחס וויליגער

ברכות כו ע"ב

 

לוט דאווענט ותיקין

מסכת ברכות (דף כ"ו ע"ב) אתמר רב יוסי ברבי חנינא אמר תפלות אבות תקנום אין די פירש ענף יוסף אופן מדרש תנחומה (פרשת חיי שרה סימן ה') ברענגט צו בשם אבודרהם א שיינעם רמז וואס די בעלי דרשנים זאגען אויף די גמרא, אז די סימן פון די זמני התפילות זענען מרומז אין די צווייטע אות פון זייער נעמען למשל אברהם וואס האט מתקן געווען תפילת בקר די צווייטע אות פון אברהם איז ב' רמז אויף בוקר, יצחק האט מתקן געווען תפילת צהרים איז די אות צ' מרומז אויף צהרים, יעקב תפילת ערבית, איז דער ע' פון יעקב מרומז אויף ערבית.
 

א פלא'דיגע חידושי הרי"ם

אין ספר פרדס יוסף איז דא הגהות פון הרה"ג ר' שאול משה זילברמן מוויערשוב זצ"ל שרייבט ער אז שמעתי בשם הגאון חידושי הרי"ם זצ"ל וואס האט געזאגט די אויבענדערמאנטען רמז, אין דערנאך האט די חידושי הרי"ם צוגעלייגט אין ווער האט מתקן געווען תפילת ותיקין ונראה שלוט תיקן תפילת ותיקין אין דאס איז מרומז אין די צווייטע אות פון לוט'ס נאמען ו' ותיקין.
 

א תרגום יונתן

און ר' שאול משה זילברמן האט צוגעלייגט א ראי' צו דעם פון א תרגום יונתן בן עוזיאל בראשית (י"ט-י"ח) אויפן פסוק ויאמר לוט אליהם אל נא אדני, שטייט אין תרגום ואמר לוט לותה בבעי מנך אמתין לי שעה זעירא, עד דנתבוע רחמין קדם ה', אין דאמאלט האט ער געדאווענט תפילת ותיקין בנץ החמה.
 

די בית ישראל

און די גערער רבי זצ"ל די בית ישראל האט צוגעלייגט אז מיט דעם פארשטייט מען די פסוק (בראשית י"ט כ"ג) השמש יצא על הארץ ולוט בא צוערה וגו' אז ווען די זין האט אויפגעשיינט דער זמן פון ותיקין וואס ער האט דעמאלט געדאווענט און מתקן געווען תפילת ותיקין אין דעם זכות ולוט בא צוערה איז לוט געראטעוועט געווארען.
 

דוד המלך

ואני הקטן האט צוגעלייגט אז מען קען מיט דעם זייער גוט פארשטיין די גמרא (אין דף י' ע"ב) וואס זאגט אז חזקיהו המלך האט מתפלל געווען צום באשעפער אז ער זאל אים אויסהיילען האט ער געזאגט זכר נא את אשר התהלכתי לפניך באמת ובלב שלם והטוב בעיניך עשיתי, פרעגט די גמרא מאי והטוב בעניך עשיתי, א"ר יהודה אמר רב שסמך גאולה לתפילה, און ווי די מהרש"א איז מסביר אז ער האט געזאגט קריאת שמע קודם הנץ החמה, אין תפילת שמונה עשרה לאחר הנץ החמה חזקיהו המלך האט געדאווענט ותיקין אין דאס מיינט והטוב בעיניך עשיתי, איז אבער שווער צו פארשטיין וואו ליגט באהאלטען אין די ווערטער והטוב בעיניך עשיתי תפילת ותיקין, נאר ווי מען האט אויבן דערמאנט פונעם תרגום יונתן בן עוזיאל אז ווען לוט הא געזאגט אין פסוק י"ח ויאמר לוט אליהם אל נא אדני, האט ער יאמאלט געוואלט מתפלל זיין תפילת ותיקין אין שטייט גלייך נאכדעם אין פסוק י"ט הנה נא מצא עבדך חן בעיניך, אין ווי רש"י אין מסכת שבועות (דף ל"ה ע"ב) פארטייטשט די פסוק ויאמר לוט אליהם באזניהם אל יהי כן, וחזר כלפי השם ואמר לו אדני הנה נא מצא עבדך חן בעיניך זעהט מען אז תפילת ותיקין מאכט אז מען זאל האבען חן בעיניך, איז זייער פארשטאנדיק אז חזקיהו המלך האט געזאגט והטוב בעיניך עשיתי מיט וואס פארא ענין טרעפט מען חן בעיניך ביים אויבערשטער, דאס איז תפילת ותיקין דערפאר דרש'נט רב שסמך גאולה לתפילה, אין מען קען צולייגען אז די צווייטע אות פון דוד המלך איז אויך ו' וואס דאס באווייסט אז דוד המלך האט געדאווענט ותיקין ווי עס שטייט אין פסוק ייראוך עם שמש (ועיין דף ט' ע"ב).

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר