סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

ש"ס ביי די אכצען יאר / הרב פנחס וויליגער

שבת סג ע"א

 

ש"ס ביי די אכצען יאר

מס' שבת (דף ס"ג ע"א) אמר ר' כהנא כד הוינא בר תמני סרי סנין והוה גמירא ליה לכוליה הש"ס, רב כהנא האט געזאגט אז ווען ער איז אלט געווען אכצען יאר האט ער געקענט גאנץ ש"ס, דארף מען פארשטיין פארוואס האט רב כהנא געדאפרט פארציילען פאר אלעמען אז ביי די אכצען האט ער געקענט גאנץ ש"ס, ער וואלט נאר געדארפט זאגען דהוא גמירנא ליה לכוליה הש"ס ולא הוה ידענא דאין מקרא יוצא מידי פשוטו עד השתא.
 

א ביאר נפלא פונעם ברעזאן רב

האט די בענזנא רב (הרה"ב ר' שלו' מרדכי הכהן זצ"ל) דאס פארענטפערט מיט א בליץ, עס איז פארהאן א גמרא אין מס' קידושין (דף ח' ע"ב) אז ר' כהנא כי הא דרב כהנא שקיל סודרא מכי פדיון הבן עיי"ש אז רב כהנא האט געמאכט פדיון הבן אין אויך האט ער גענומען מתנות כהונה איז תוס' דארט מפרש אז ר' כהנא איז ניט געווען א כהן נאר זיין ווייב איז געווען א כהן אין מכח איר זכות האט ער געקענט מאכען פדיון הבן וכו' עיי"ש.
 

א תלמיד חכם מעג יא

דאן איז פארהאן א גמרא אין מסכת פסחים (דף מ"ט ע"א) אמר ר' יוחנן בת כהן לישראל אין זווגן עולה יפה וכו' ומביאתי לדי עניות פרעגט די גמרא איני והא אמר ר' יוחנן הרוצה שיתעשר ידבק בזרעו של אהרן כל שכן שתורה וכהונה מעשרתן, ענטפערט די גמרא לא קשיא הא בתלמוד חכם הא בעם הארץ, א תלמיד חכם ישראל מעג חתונה האבען מיט א כהן ווי רש"י איז מפרש תלמוד חכם שבח הוא לו אבל עם הארץ ואינו כהן גנאי הוא לו לאהרן ונענשים עיי"ש.
 

די רעבעצען א כהנת

זאגט די ברעזאן רב אז לפי"ז איז זייער פארשטאנדיק פארוואס רב כהנה האט געזאגט אז ווען ער איז אלט געווען אכצען יאר האט ער גענדוקט ש"ס, וויבאלד כן שמונה עשרה לחופה מן הסתם האט רב כהנא חתונה געהאט ביי די אכצען, אין זי איז דאך געווען א בת כהן, דערפאר האט רב כהנא געדארפט דורך לערנען גאנץ ש"ס כדי ניט די זיין אן עם הארץ נאר זיין בגדר תלמיד חכם לכל הדעות הפלא ופלא.

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר