סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

דער זיסער למדן / הרב פנחס וויליגער

עירובין נז ע"א

 

מס' עירובין (דף נ"ז ע"א) כל אמתא בריבוע, אמתא ותרי חומשי באלכסונא, מען האט אמאל געפרעגט די גרויסע גאון הגאונים הרב יעקב מליסא די בעל מחבר פון די באוויסטע לומדישע ספרים דעם חוות דעת און דער נתיבות המשפט פארוואס זיינע חיבורים זיינען געשריבען זייער קורץ, אנדערש ווי די אנדערע מחברי ספרים בימיו וואס האבן געשריבען מער באריכות און לאנגע פילפולים וכו', האט דער גאון יעקב מליסא גענטפערט אז די חז"ל האבען שוין געזאגט כל אמתא ברבוע, אמתא ותרי חומשא באלכסונא אז מען זאגט פלפולים אויפן גלייכע וועג בדרך הישר איז דער וועג קורצער.

און באמת זעהט מען טאקע מיט וואספארא כבוד און הערצה די גדולי ישראל האבען געהאלטען פון אים און זיינע ספרים, די קוצק רבי האט אים גערופען דער זיסער למדן און האט אויך געזאגט אויף אים אזוי די רב פון ליסא פסק'נט אויף דע וועלט אזוי פסקנ'ט מען אין עולם העליון, די הייליגע ישמח משה (ר' משה טייטלבוים זצ"ל) שרייבט אין זיין שו"ת השיב משה (סימן ד') אויף רבי יעקב מליסא ועליו נסמוך כעל עמוד הברזל ואם הוא לא יסכים לדברי, הרי אני מבטל דעתי מפני דעתו, ואהיה כחירגא דיומא דלא שמיה עיי"ש.
 

הגאון ר' יעקב מליסא

די לעמבערגער רב די ישועות יעקב האט אמאל געפרעגט די בעל "חוות דעת" "נתיבות המשפט" פארוואס זיינען אייער ספרים אזוי אנגענומען אופן וועלט און איעדערער לערנט אין דעם, און מיין ספר ישועות יעקב איז דא ווייניג וואס לערנען, און נאך דערצו איך האב געריבען מיין ספרים נאר ווען איך האב געפילט איך האב צלילת הדעת אן קיין שום טרדות, האט אים ר' יעקב ליסא גענטפערט אז ווען איך האב געוואוינט אין סטאניסלאב, פלעג איך איעדען זונטאג צופארען קיין טיסמניצה און איך האב געוויזען אלע מיינע חידושים פאר מיין גרויסע רבי'ן הרה"ג ר' משולם איגרא און וועלכע חידוש איך האב געזעהן איז נושא חן אין זיין אויגן האב איך געלאזט אין וואס ניט האב איך פארברענט, דערפאר איז מיין ספר געבליבען כסולת מנופה דערפאר איז עס אזוי שטארק נתקבל געווארען
 

דאס פנקס הקהלה פון ליסא

איך וועל ענדיגן מיט א מורא'דיגע מעשה וואס הר"ר אליהו לופיאן האט פארציילט אז הרב הצדיק הגדול ז"ל רב העיר מליסקע האט געליינט דער פנקס הקהל פון די שטאט ליסא די מקום ווי ר' יעקב ליסא איז געווען רב איז דארט געשטאנען די מעשה אז די טאכטער פון די נתיבות איז געווען אן אלמנה אין זי האט געהאלטען ביי חתונה מאכען איר טאכטער וואס איז געווען א כלה, זיינען זיי געפארען צוזאמען מיט אן ערל צום אנדערע שטאט איינקויפן בגדים אויפן חתונה וכדו' דער גוי וואס האט זיי געפירט האט געוויסט אז זיי פארמאגען מיט זיך אסאך געלט, האט דער גוי זיי צוגעפירט צו זיין הויז און האט ציימגערופען זיינע באנדיטען און מען האט זיי צוגעבונדען די הענט און פיס און אוועק גענומען דאס געלט און זיי האבען אנגעצונדען די אויבען כדי אריינצוווארפען די מאמע מיט די טאכטער. ביזדערווייל האבן זיי זיך אנגעהויבען ארימצוקריגען וועגן דאס געלט וויפיל דער באקומט וויפיל דער באקומט, אינמיטען איז אריינגעקומען א קצין גרמני אין דער הויז, זיינען אלע רוצחים אנטלויפען, איז דער קצין געגאנגען און אויפגעבונדען זייער שטרוק און האט זיי צוריק געקערט דאס געלט, ביינאכט איז די נתיבות געקומען צו זיין טאכטער אין חלום אין געזאגט זאלט איר וויסען אזוי וי מען האט מיר מודיע געווען אז איר זענט אין א צרה בין איך ארויף הויך אל מקום גבוה מתפלל צו זיין אויף ענק אבער עס האט גארניט געהאלפען וויבאלד עטס האטס עובר געווען אויף איסור יחוד מיט'ן גוי, בין איך נאכאמאל ארויף בעטען אז אין די זכות וואס איך האב מרביץ תורה געווען בכלל ישראל מיט מיין חיבור נתיבות המשפט וכו' האט מען ענק און דעם זכות געראטעוועט, די מעשה האט די טאכטער פונעם נתיבות פארציילט פאר די אנשי הקהילה און זיי האבען דאס פארשריבען אין דאס פנקס הקהלה לזכרון עולם אזוי שטייט אין ספר לב אליהו [ח"א שביב לב עמ' רנ"ב אות קכ"ד].

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר