סקר
באיזה גיל התחלת ללמוד דף יומי






 

די יוחס פון טבי / הרב פנחס וויליגער

סוכה כ ע"ב

 

מס' סוכה (דף כ' ע"ב) אמר רבי שמעון מעשה מטבי עבדו של רבן גמליאל שהיה ישן תחת המטה ואמר להן רבן גמליאל לזקנים ראיתם טבי עבדי שהוא תלמיד חכם ויודע שעבדים פטורים מן הסוכה לפיכך ישן הוא תחת המטה, תניא א"ר שמעון משיחתו של רבן גמליאל למדנו שני דברים למדנו שעבדים פטורים מן הסוכה ולמדנו שהישן תחת המטה לא יצא ידי חובתו ולימא מדבריו שלרבן גמליאל מלילתא אגב אורחיה קמ"ל כי הא דאמר רב אחא בר אדא ואמרי לה אמר רב אחא בר אדא אמר רב המנונא אמר רב מנין שאפי' שיחת תלמידי חכמים צריכה לימוד שנאמר ועלהו לא יבול:

רש"י פארטיישט משיחתו לשון שיחת חולין ושמחה, דארפען מיר פארשטיין פארוואס לייגט צו רש"י די ווארט שמחה, מיר געפונען עטליכע מאל אין ש"ס ווי רש"י פארטייטש שיחה לשון צחוק ווי למשל אין מסכת ברכות (דף ל"א ע"א) אין עומדין להתפלל וכו' ולא מתוך שיחה פירש"י שיחה לצנות יומא (דף ס"ז ע"א) סח לי אליעזר בני פירש"י לשון שחוק על דבר, ובאבות (פ"ג משנה י') שיחת הילדים פירש"י דברי ליצנות, יומא (כ"ח ע"א) ולא שחתי שיחת חולין דברי הבאי שחוק, אבער וואס האט דא א שייכות לשון שמחה נאר מען קען דאס פארענטפערען מיט א גמרא אין מס' בבא קמא (דף ע"ד ע"ב) מעשה בר"ג שסימא את עין טבי עבדו, והיה שמח שמחה גדולה, מצאו לר' יהושע, ואמר לו אי אתה יודע שטבי עבדי יוצא לחירות, אמר לו למה, א"ל שסמיתי את עינו, ופרש"י שהיה ר"ג שמח לפי שעבד כשר היה, והיה שתאוה לשחררו, אלא שהמשחרר עבדו עובר בעשה.

מיטשענען זיך שוין אלע מפרשים ווי אזוי האט ער עם משחריר געווען עס איז פארהאן א איסור פון לעולם בעם תעבודו, נאר דא רעדט זיך ער האט דאס געטוהן בשוגג און פונדעסטוועגן איז ער ארויס לחירות ווייל ער האלט נישט ווי די מאן דאמר ושחתה עד שיכוון לשחתה אזוי שטייט אין נודה ביהודה (מהד"ת אהע"ז ס' כ"ג), הגהת יעב"ץ, חידושי רבינו מאיר שמחה, אבער למעשה עדיין צריך ביאור.

אפשר קען מען דאס פארענטפערען מיט א שטיקל בני יששכר (מאמרי תשרי מאמר אות י"א)
יא) מעשה בטבי עבדו של רבן גמליאל שהיה ישן תחת מטה בסוכה וכו', עיין שם שהתפאר בו רבן גמליאל, נראה לי, להיות שכתב הרמ"ז בערכי בכינויים (דבש לפי ט ז) טבי היה גלגול חם, בירור הטוב שבו, על כן נקרא טבי, ולפי זה, הנה כבר ידעת (פרע"ח שם) סוכה הוא סוד היחוד השלם הוי"ה אדנ"י, והנה (סנהדרין קח:) חם חטא ששימש בתיבה בעת איסור היחוד והזיווג, ולתקן זה הנה היה טבי ישן תחת המטה בסוכה ביודעו שהוא עבד ולא לו לגרום היחוד, הבן.

לפי"ז קען זיין אז ווען ר' גמליאל האט געזעהן אז דער חם בעקומט זיין תיקון איז ער געווארען זייער בשמחה דערפאר זאגט רש"י משיחת חולין ושמחה ווייל דער שמחה איז געווען דער זעלבע שמחה וואס די גמרא זאגט אין בבא קמא והיה שמח שמחה גדולה אין ער האט געוויסט אז איצט נאך ער האט אלץ מתקן געווען אין בפרט ווי תו"ס ברענגט פון ירושלמי שהיה מניח תפילין ולא מיחו בידו חכמים, אויך זאגט תו"ס אויב ער האט געוויסט אז ער איז פטור פון מצות סוכה פארוואס איז ער ניט ארויס געגאנגען פונעם סוכה ענטפערט תוס' דרוצה היה לשמוע דברי חכמים מתקן געווען דאס וואס ער האט ניט געפאלגט דברי חכמים זיין טאטע נח אין תיבה כנ"ל האט רבן גמליאל פארשטאנען אז איצט מעג ער אים שוין משחרר זיין ווייל ער האט שוין באקומען זיין תיקון, איך וויל אייך אלע ווינטשען מיט א כתיבה וחתימה טובה און א פרייליכן יום טוב.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר