סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

א ויכוח צווישען סטיילער און זיין זין וואס הייסט תדיר ברכת אילנות צו ברכת החמה / הרב פנחס וויליגער

סוכה נו ע"א

 

מסכת סוכה (דף נ"ו) איתמר רב אמר סוכה ואחר כך זמן רבה בר בר חנה אמר זמן ואחר כך סוכה רב אמר סוכה ואחר כך זמן חיובא דיומא עדיף רבה בר בר חנה אמר זמן ואחר כך סוכה תדיר ושאינו תדיר תדיר קודם. פירש"י זמן תדיר שנוהג בכל הרגלים.

עס איז געווען א מעשה די סטייפלר זצ"ל איז געגאנגען צוזאמען מיט זיין זין הגר"ח קניבסקי שליט"א מקיים צו זיין מצוה פון ברכת החמה, אין מיטן וועג האבען זיי געזעהן א פרוכט בוים האט די סטייפלר געזאגט פאר זיין זין לאמיר צום ערשט מאכען א ברכה אויף די בוים ווייל ברכת אילנות איז תדיר ווייל מען מאכט עס איין מאל א יאר, אדער יש אומרים אז איעדער מאל ווען מען זעהט א בוים וואס איז נותן פירות מאכט מען די ברכה, משא"כ ברכת החמה איז איין מאל אין אכט אין צוואנציג יאר. האט עם ר' חיים געזאגט אז ער מיינט אז ברכת החמה איז קודם וויבאלד די ברכה פין ברכת החמה איז "עושה מעשה בראשית" וואס די נוסח מאכט מען כמה פעמים בשנה, און ער האט א ראיה געבראכט פון אונזער גמרא וואס שטייט אז די ברכה פון זמן איז מער תדיר פון די ברכה פון סוכה, אבער אויב מען קוקט אויף די מצוה וואס מען מאכט די ברכה וועט אויס קומען אז מען מאכט מער מאל א ברכה לישב בסוכה ווי די שהחיינו וואס מען מאכט נאר די ערשטער טאג סוכות, איז א ראיה אז תדיר מעסט זיך אין די נוסח הברכה אין די נוסח שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה מאכט מען מערער ווי לישב בסוכה, און די זעלבע בנוגע ברכת החמה הגם די מצוה איז איין מאל אין אכט אין צוואנציג יאר, אבער די ברכה עושה מעשה בראשית זאגט מען כמה וכמה פעמים במשך א יאר דערפאר הייסט דאס תדיר.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר