סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

מי שאמר לשמן וידלוק הוא יאמר... / הרב פנחס וויליגער

תענית  כה ע"א

 

מס' תענית דף כ"ה ע"א חד בי שמשי חזייה לברתיה דהיות עציבא אמר לה בתי "למאי עציבת אמרה ליה כלי של חומץ נתחלף לי בכלי של שמן והדלקתי ממנו איך לשבת אמר לה בתי מאי איכפת לך מי שאמר לשמן וידלוק הוא יאמר לחומץ וידלוק תנא היה דולק והולך כל היום כולו עד שהביאו ממנו אור להבדלה. די גרויסע גאון ר' חיים וולאזינ'ע זצ"ל שרייבט אין זיין ספר נפש החיים (שער ג' פרק י"ב) אזוי "ובאמת הוא ענין גדול וסגולה נפלאה, להסיר ולבטל מעליו כל דינין ורצונות אחרים שלא יוכלו לשלוט בו ולא יעשו שום רושם כלל – כשהאדם קובע בלבו לאמר: הלא ה' הוא האלקים האמיתי, ואין עוד מלבדו יתברך שום כח בעולם וכל העולמות כלל, והכל מלא רק אחדותו הפשוט ית"ש, ומבטל בלבו ביטול גמור ואינו משגיח כלל על שום כח ורצון בעולם, ומשעבד ומדבק טוהר מחשבתו רק לאדון יחיד ב"ה – כן יספיק הוא ית' בידו שממילא יתבטלו מעליו כל הכוחות והרצונות שבעולם, שלא יוכלו לפעול לו שום דבר כלל וכו'".

ווייטער איז ער ממשיך שכאשר ישראל הסתכלו כלפי מעלה ושעבדו את לבם לאביהם שבשמים מיד התרפאו וניצחו (ר"ה כט.), וכאשר ר' חנינא בן דוסא ידע שמי שאמר לשמן וידלוק הוא יאמר לחומץ וידלוק" – דלק נר החומץ מערב שבת עד ערב שבת (תענית כה.), והיינו דכאשר האדם מתדבק בהשי"ת, אז אין הטבע קשור ושולט במעשיו כלל ע"ש.

איך האב אמאל געהערט פונעם רחמסטריווקא רבי שליט"א אז די ראשי תיבות פון ב'ראשית ב'רא א'לוקים א'ת איז נוט' א'שרי א'דם ב'וטח ב'ך, אז בראשית די ערשטע זאך וואס א מענטש דארף שרעבען אויף איז בטחון, אבער לעניננו קען מען צולייגען אז אויב א מענטש האט די ריכטיגע בטחון אין בורא עולם, יאמאלט טוט ער דורכדעם מאכען א בראשית ברא אלוקים אלוקים את, ער קען דורך זיין בטחון זאגען מי שאמר לשמן וידלוק הוא יאמר לחומץ וידלוק די טבע הדברים קענען זיך בייטען לפי זיין מדריגה אין בטחון.

אבער עס מוז זיין מיט די ריכטיגע בטחון, ווי די מודז'יץ רבי אין זיין ספר דברי ישראל (כללי אורייתא דף י"ב) טייטש די גמרא גמירי מן שמיא מיהב יהבי משקל לא שקלי, ווען געבט מען פון הימעל א שפע פרנסה ווען משקל לא שקלי ווען די מענטש ווייסט אז מען נעמט זיך ניט אליין, אלץ טוט די רבשו"ע, איך האב אמאל געהערט א פשט אין די לעצטע משנה פון מסכת קידושין, רבי שמעון בן אלעזר אומר ראית מימיך היה ועוף שיש להם אומנות והן מתפרנסין שלא בצער והלא לא נבראו אלא לשמשני ואני נבראתי לשמש את קוני אינו דין שאתפרנס שלא בצער אלא שהורעתי מעשי וקפחתי את פרנסי. ווען א מענטש זאגט וואלט איך אזוי אין אזוי געפירט מיין ביזנעס וואלט איך געקענט מאכען א סאך סאך מער געלט. דאס הייסט הרעותי את מעשי אז איך האב געמאכט א שלעכטע חשבון אין די געשעפטען דערפאר איז מעשי נישט אזוי געלונגען, אז א מענטש זאגט אזוי, דאס ברענגט צו אז קפחתי פרנסתי – אז די רבונו של עולם נעמט אוועק זיין פרנסה, ווייל דער מענטש איז איינגערעדט אז כוחי ועוצם ידי עשה לי החיל הזה.

רבותי! וואס מיינט דאס ריכטיגע בטחון וועל איך אייך דערציילען א מעשה וואס איז פארגעקומען ביים די הייליגע חוזה פון לובלין זי"ע, ווי אמאליגע צייטען איז געווען ווען מען איז געפארען צו א רבי פלעגט מען שפאנען פערד און וואעגען, און אזוי זענען געפארען די גרופע חסידים צו זייער רבי די הייליגע חוזה, אינמיטען וועג האט מען זיך אפגעשטעלט ביי א יודישע קרעטשמע און מען האט זיך געכאפט די הארץ מיט א גלעזעלע משקה, אזוי זיצענדיג די גרופע חסידים קומט צו די בעל הבית און פארציילט זיי אז שוין א לאנגערע צייט וואס ער האט חתונה געהאט און ער האט נאך נישט קיין קינדער ל"ע, האבען זיי עם צוגערעדט אז זיי פארען איצטע צו זייער רבי ער זאל מיט זיי מיטקומען און אריינגיין צום רבי'ן בעטען א ברכה. די בעל הקרעטשמע האט זיך געלאזט צו רעדען און ער איז מיט געגאנגען מיט זיי, ווען ער איז אנגעקומען קיין לובלין איז ער אריין צום רבי'ן און זיך אויסגערעדט זיין הארץ, די רבי האט עם געגעבען א ברכה אז ער זאל נפקד ווערען בזרע של קיימא, די בעל הקרעטשמע גייט ארויס מיט גרויס פרייד פון רבי'ן און לויפט גלייך צו א געשעפט וואס פארקויפט וויגאלעך פאר קליינע קינדער, וואס הייסט – די רבי האט דאך געגעבען א ברכה אז ער וועט האבען א קינד, נו מוז ער דאך שוין איינקויפען א וויגאלע, ווייל אין זיין דערפעל איז דאס ניט דא צו באקומען, אזוי האט ער צוגעשפאנד די וויגאלע צו זיין וואגען און זיך ארויף געזעצט אויף'ן פערד זיך ארויס געלאזט אופ'ן וועג, ווען מענטשען האבען ביימערקט די וויגאלע צוגעבינדען צום וואגען און אזוי געשפרינגען ארויף און אראפ, האבען זיי זיך צולאכט, ווער האט דאס אמאל געזעהן.

א יאר דערנאך זיינען די זעלבע גרופע חסידים נאכאמאל געקומען צו פארען צום רבי'ן און זיינען נאכאמאל איינגעשטאנען ביי די זעלבע קרעטשמע, דאס מאל לויפט צו די בעל הבית צו זיי מיט א שמייכיל מיט א שמחה און זאגט זיי עס קומט זיך עם א מזל טוב, פאר צוויי וואכען צירוק איז עם געבוירען זיין ערשטע יונגעל, און ער האט זיי שטארק ביידאנקט פארן מיט נעמען צום רבי'ן צו באקומען א ברכה פון עם, צווישען די גרופע חסידים איז געווען אויך איינער וואס האט נאך נישט זוכה געווען צו האבען קינדער, ווען ער איז אנגעקומען צום הייליגען חוזה איז ער אריין צו עם און זיך שטארק אפגערעדט און געפרעגט היתכן דער יוד דער בעל הקרעטשמע איז איינמאל געקומען צום רבי'ן און איז גלייך געהאלפען געווארען, און איך בין א חסיד וואס קומט שוין יאהר'ן לאנגע צום רבי'ן און איך בין נאך אלץ ניש געהאלפען געווארען, האט די הייליגע חוזה פון לובלין אויפגעהויבן זיין הייליג אויגען און אריינגעקוקט אין זייך פנים און געזאגט די חילוק איז אז יענער האט צוגעבונדען די וועגעלע צום וואגען.

עס איז דא בטחון און עס איז דא בטחון, עס איז דא די אלגעמיינער בטחון פון מענטשען וואס גלייבען יא ער גלייבט אז ער קען געהאלפען ווערען, דערנאך איז דא אזא מין בטחון ווואס ער ווייסט אז ער וועט זיכער געהאלפען ווערען, ער קויפט שוין די וויגאלע און ווען מען האט אזא מין בטחון דאמאלס ווערט מען געהאלפען ווען מען ווייסט אז די אייבישטער איז א כל יכול יאמאלט ווערט ביי עם מקוים מי שאמר לשמן וידליק הוא יאמר לחומץ שידליק.

און איך וועל ענדעגין מיט א ווארט וואס האט א שייכות צו די פרשה בשלח שבת שירה ויאמר ה' אל משה מה תצעק אלי דבר אל בני ישראל ויסעו, מיטשענען זיך שוין אסאך וואס מיינט דאס מה תצעק אלי אידישע קינדער פון אלע דורות אנהייבענדוג פון אברהם אבינו ווייסען מיר אז ווען מען איז אין א עת צרה שרייט מען פאר'ן אייבערשטער, נאר הערט א מורה'דיגע געדאנק וואס איך האב אמאל געזעהן, נאר א יוד דארף האבען בטחון עד הסוף דארף ער גלייבן אז דער אייבשטער וועט עם זיכער העלפען אן קיין ספיקות, דאס האט זיי די אייבעשטער געזאגט, מה תצעק אלי פארוואס שרייט עטס "יעצט" דבר אל בני ישראל ויסעו – עטס האט'ס נאך אביסעל צו גיין ביזן ים סוף פארוואס האבען ענק זיך אפגעשטעלט דא, א יוד דארף גיין ביזען סוף "ויסעו" ביזן וואסער, און דעמאלט וועט עט'ס זעהן אז איך וועל ענק העלפען, עס וועט זיין ויבאו בני ישראל בתוך הים ביבשה, טייערע יודען האט אויף דאגה'נען.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר