סקר
כמה לומדי דף יומי יש בארץ ובעולם להערכתך?
עד 60,000
60,000-90,000
90,000-120,000
מעל 120,000


 

לכולם נתן לאיש חליפות שמלות... / הרב פנחס וויליגער

מגילה טז ע"א

 

מס' מגילה (דף ט"ז ע"א) "לכולם נתן לאיש חליפות שמלות ולבנימין נתן שלוש מאות כסף וחמש חלפות שמלות" "אפשר דבר שנצטער בו אותו צדיק – יכשל בו וכו'? אמר רבי בנימין בר יפת: רמז רמז לו, שעתיד בן לצאת ממנו שיצא לפני המלך בחמישה לבושי מלכות, שנאמר: ומרדכי יצא מלפני המלך בלבוש מלכות וגו'" (עיין בס' פנינים משלהן הגר"א פ' ויגש פירוש נפלא דף הגמ')

די מהרש"א פרעגט אז די גמרא פארענטפערט נאר די טעם פארוואס ער האט עם געגעבן חמש חלפות, אבער די גמרא זאגט נישט פארוואס ער האט געגעבן צו בנימין שלוש מאות כסף, און פאר די אנדערע ברודערס האט ער דאס נישט געגעבן.

הרה"ג ר' יצחק וינברג שליט"א ר"מ בישיבת שפת אמת אין ירושלים פארציילט אז די בית ישראל האט עם געזאגט אז די טאטע די אמרי אמת האט דאס פארענטפערט אז די געלט וואס ער האט עם געגעבן דאס איז געווען דרשה געשאנקט (וואס אויף דעם איז דא א מקור פון זוה"ק זע צילום מהש"ק של הרבי) ווייל יוסף איז נישט געווען אויף זיין חתונה ווי מען דרשנ'ט אופן פסוק מופים וחופים אני לא ראיתי חופתו וכו'.

האט די בית יש ראל געזאגט פאר זיין פאטער אז מען קען דאס אויף פארענטפערען אוףי אן אנדערען אופן אז געלט קען מען דאס באהאלטען אין א בערזל אז קיינער זאל נישט באמערקען וויפיל ערד האט עם געגעבן משא"כ קליידער קען מען נישט באהאלטען. מיין טאטע האט שטארק הנאה געהאט פון מיין תירוץ און האט געזאגט דיין תירותץ איז בעסער פון מיין תירוץ ע"כ"ל.

איך האב געטראכט אז מען קען דאס פארענטפערען אויף אן אנדערע אופן אז די געלט וואס ער האט געגעבן צו בנימין איז געווען מתורת הענקה וואס מען איז מחוייב צו געבען ווען מען שיקט ארויס אן עבד אין היות יוסף האט געזאגט זאת האיש אשר נמצא הגביע בידו הוה יהיה לי עבד, האט ער עם געגעבן די שלש מאות כסף בתורה הענקה

די אסטרובצה גאון זצ"ל אין זיין ווינדירליכען ספר אור תורה פרשת ויגש האט נאך הערליכען חשבונות פארוואס ער האט געגעבן פונקט שלש מאות כסף צו בנימין, איינער פון די חשבונות איז אז די ערשטע מאל ווען די שבטים זיינען געקומען קיין מצרים שטייט השיב כספיהם איש אל שקו אין לוט זיין חשבון קומט אויס אז די כסף פון תבואה וואס זיי האבען געקויפט איז געועון פונקט שלש מאות כסף, און וויבאלד בנימין איז דאמאלט נישט געועון מיט זיי דערפאר האט ער עם דאס איצט אפגעגעבען עיי"ש.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא



תיכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר