סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

ווער איז די ריכטיגע מאמע / הרב פנחס וויליגער

מכות כג ע"ב

 

ווער איז די ריכטיגע מאמע
מכות (דף כ"ג ע"ב) די גמרא ברענגט די מעשה פון שלמה המלך ווי עס ווערט געברענגט אין מלכים א' (ג' כ"ז) אז עס זענען געקומען צוויי פרויען וואס ביידע פון זיי האבן געהאט געבוירען א קינד, אבער איינער פון די קינדער איז געשטארבן, יעצט זענען ביידע מאמעס געקומען צו שלמה המלך טענה'דיג אז לי לעבידיגע קינד געהערט צו מיר, האט שלמה המלך גע'פסק'נט גזרו את הילך החי לשנים ,אז מען דארף מאכען א יחלוקי יעדערער באקומט א העלפט קינד, פארציילט די פסוק אז די אמתע מאמע האט אנגעהויבען וויינען און שרייען בי אדוני תני לה את הילוד החי, געבט פאר'ן אנדערע מאמע די לעבידיגע קינד, והמת אל תמיתהו, אבי הרגעט ניט די קינד, וזאת אומרת, אין די פאלטשע מאמע האט געזאגט גם לי גם לך לא יהיה, אויב אזוי יגזורי, זאל מען יא צושניידען די קינד, האט שלמה המלך געזאגט אז ניין, נאר מען זאל געבען די קינד צו די עכטע מאמע, כי היא אמו עס איז ארויס א בת קול אז שלמה האט גוט גע'פסק'נט כי היא אמו, אז דער וואס האט ניט געוואלט צושניידען דאס קינד איז טאקע די ריכטיגע מאמע.

די זילברנע רענדיל
במשך אלע דורות טרעפען מיר ווי די גדולי הדור און פוסקי הדור האבען גע'משפט די פאלק מיט זייער גרויס חכמה, ווי די בן איש חי פארציילט אויף איין ארט אז עס זענען געקומען צוויי יודען מיט א דין תורה וועגען א זילברנע רענדיל. יעדער האט גע'טענה'ט אז עס איז זיינס, האט די רב זיך אנגרופען אז וויבאלד די ענין איז אזוי קומפלאצירט, מיז ער ארויס גיין צו זיך אין צימער אונד אט דורכטראכטען די פסק הלכה, אז ער איז אריין אין צימער האט ער געהייסן זיין גבאי אויפן לויזען די טיר אביסל און נישט פארמאכען אינגאנצען כדי די בעלי דינים זאלען קענען הערן וואס ער רעדט, די רב רעדט אזוי צו זיין גבאי און פרעגט אים אפשר קענען מיר דא טרעפען עפעס א סימן אויף די מטבע, אה רופט זיך אן הויך די רב צום גבאי טוט א קוק דא ביים עק פונעם זילבערנע רענדיל, עס איז פארהאנען דארט א קליינעם לאך. לאמיר זען וועלכע פון די בלעי דינים וועלען קענען געבען די סימן.

געכאפט די גנב
גייט די רב צוריק אריין ווי די בעלי דינים האבען געווארט אינעם צווייטען צימער, און פרעגט ווער פון ענק קען געבען א סימן אויף די מטבע, האט זיך אנגערופן איינער פון זיי איך איך אויף יענעם אין יענעם ווינקל איז דא א קליינעם לאך דורכען מטבע, רופט זיך אן די רב אה יעצט ווייסען מיר שוין ווער די ליגנער איז, עס איז בכלל נישט דא קיין לאך אין די מטבע.

פארוואס זענען די בעלי דינים אנטלאפען
הרה"ג ר' מאיר שפירא זצ"ל האט פארציילט א מעשה וואס ער האט געהערט פון זיין זיידע די בעל מנחת שי, אז ער האט אים פארציילט, אז עס איז אמאל פארגעקומען א דין תורה ביים גרויסען גאון ר' שלמה קלוגר זצ"ל די ערשטע האט גע'טענה'ט זיין טענות, דערנאך האט די צווייטע בעל דין אנגעהויבען צו טענה'ן זיין צד, האט ר' שלמה קלוגר אנגעהויבן צו שרייען אויפן צווייטען ער זאל שוין ארויס גיין פון דא ווייל ער איז נישט די עכטע בעל דין, און ביידע זענען טאקע ארויסגעלאפן פון גרויס שרעק.

די חכמה פון ר' שלמה קלוגר
דערנאך איז מען באגאנגען די מעשה, אז איינער פון די בעלי דינים האבען געהאט א סכסוך מיט זיין שיתוף איין מאן האט מחליט געווען אז מען גייט גיין צו דין תורה צום גרויסן גאון די שואל ומשיב הרה"ג ר' יוסף שאול נתנזון זצ"ל, האט איינער פון די בעלי דינים געוואלט וויסען צו ער וועט געווינען די דין תורה, האט ער געהייסן פאר זיין חבר אז זיי גייען גיין צו ר' שלמה קלוגר פארזאגען זייער טענות, און זיין חבר זאל זיך מאכען כאילו ער איז די צד השני זיין שיתוף אזוי וועלען זיי וויסען ווער עס איז גערעכט. אבער ר' שלמה קלוגר האט מיט זיין גרויס חכמה גלייך געשפירט אז עס שטייען נישט פאר אים די אמת'ע בעלי דינים.

אלעס איז מרומז אין פסוק
האט ר' מאיר שפירא געטייטש מיט דעם די פסוק כי יהיה לכם דבר בא אלי ושפטתי בין איש ובין רעהו, פארוואס שטייט נישט באו אלי א לשון רבים, און נאך איז שווער פארוואס שטייט בין איש ובין רעהו די בעלי דינים זענען נישט קיין חברים רעהו, אדרבה ער איז זיין שונא, וואלט געדארפט שטיין בין איש לאיש, נאר מיט דעם אויבענדערמאנטען מעשה איז זייער גוט פארפענטערט, כי יהיה להם דבר, ווען עס וועט זיין סכסוך צווישן צוויי מענטשן, בא אלי אבער נאר איינער פון די בעלי דינים זענען געקומען צו מיר, יאמאלט ושפטתי צדק בין איש ובין רעהו, וועל איך דארפן מבחין זיין, צו זענען די אמת'ע בעלי דינים, אדער איז עס אן ערמה א שפיל צווישן איש די בעל דין און רעהו און זיינס א חבר כדי געוואר צו ווערען ווי אזוי די פסק דין דארף אויסקומען, ווען ער וועט זיך טאקע שטעלן צו די דין תורה מיט זיין שותף ביי א צווייטע פוסק.

א סיפור נפלא פונעם בעל מנחת יצחק
ביי די גאב"ד פונעם עדה החרדית הגאון ר' יצחק יעקב ווייס זצ"ל די בעל מנחת יצחק, איז אמאל פארגעקומען א דין תורה, אברהם האט תובע געווען פון משה א גרויסע סכום געלט, און משה האט גע'טענה'ט, אז איך האב קיינמאל ניט געבארגט קיין געלט פון אים, האבען די דיינים געפרעגט ביים מלוה אברהם האסטו א שטר חוב אויפצוווייזען אז דו ביסט גערעכט, ענטפערט ער יא, און נעמט ארויס פון טאש א שטר מיטן חתימה פונעם לוה משה אינטערגעשריבען אז ער איז שולדיג פאר אברהם געלט. ווען מען האט געפרעגט ביים משה צו עס איז זיין חתימה האט ער גענטפערט אז עס איז טאקע זיין חתימה אבער ער האט קיינמאל נישט געבארגט פון אברהם קיין געלט, ער ווייסט נישט פון וואו ער האט באקומען זיין חתימה, און די שטר איז מזויף. די בעל מנחת יצחק האט דא עפעס געשפירט אז די לוה איז גערעכט דא, נישט די מלוה, האט ער געזאגט צו די דיינים מען זאל אים געבען צייט איבערצוטראכטן די פסק הלכה.

דאס בלעטל איז אויסגעריסן
צימארגענס האט די מנחת יצחק געלאזט רופען די לוה משה, און אים געבעטן אז ער זאל אים ברענגען א אפאר פון זיינע ספרים, וואס ליגט ביי אים אין שאפער, די לוה האט נישט פארשטאנען פארוואס ער דארף עס אבער ער האט געברענגט עטליכע פון זיינע ספרים צו די בעל מנחת יצחק, די רב נעמט די ספרים און עפענט אויף די ערשטע בלעטיל פונעם ספר, און באמערקט אז משה פלעגט אלע מאל חתמ'נען זיין נאמען אינמיטען פונעם בלאט, נישט פון אנהייב פונעם דף.

שרייבט אייער נאמען נאר פון אויבען
רופט זיך אן צו אים די רב, משה אפשר האסטו אמאל געבארגט איינער פון דיינע ספרים צום מלוה אברהם, האט ער זיך אנגערופן יא יא פאר א לאנגע צייט צוריק האב איך אים געבארגט א ספר, האט אים הגרי"י ווייס זצ"ל געהייסען שוין ברענגען די ספר ווען מעט האט עס געברענגט האט מען באמערקט אז די ערשטע בלעטיל איז ארויסגריסען, האט מען שוין אלעס פארשטאנען, אז די לוה האט געהאט גענוג פלאץ אויף יענעם בלעטיל צו שרייבען וואס ער האט געוואלט, און דערנאך האט ער געהאט די חתימה פונעם לוה וואס ער פלעגט זיך חתמענען אין מיטן די דף. טייערע ליינערס, יא, ביי ערליכע רבנים איז דא סייעתא דשמיא פון אויבען, אז זיי זאלען צוטרעפן צום אמתען פסק דין.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר