סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

מנין שאין היחיד אומר קדושה? / הרב פנחס וויליגער

ברכות כא ע"ב

 

די פיר און צוואנציג מרגלים

מסכת ברכות (דף כ"א ע"ב) אמר רב אדא בר אהבה מנין שאין היחיד אומר קדושה שנאמר ונקדשתי בתוך בני ישראל כל דבר שבקדושה לא יהא פחות מעשרה מאי משמע דתני רבנאי אחוה דרבי חייא בר אבא אתיא תוך תוך כתיב הכא ונקדשתי בתוך בני ישראל וכתיב התם ביי די מעשה פון קרח הבדלו מתוך העדה הזאת ואתיא עדה עדה אין ביי די מרגלים שטייט עדה עד מתי לעדה הרעה הזאת מה להלן עשרה אף כאן עשרה קומט אויס אז די לימוד אז מען דארף האבען צען יודען לער'נט מען ארויס פון די מרגלים.
 

די מנהג אין בראד

די גרויסען פוסק הרה"ג ר' אלישיב שליט"א האט אמאל ביי זיין שיעור פארציילט די פאלגעדוקען מעשה, אז ווען די גרויסען גאון ר' שלמה קליגער האט געמוזט פארלאזן זיין רבנית פון די שטאט זאליפוט איז ער ארום געפארען זיכען א פאסטען אלס א מלמד, איז ער אנגעוקמען אין די שטאט בראד ווי די בית אפרים איז געווען רב, דארט אין בראד איז געווען א מנהג אז באפאר מען האט אויפגענומען א מלמד אין שטאט פלעגט מען אים מכבד זיין מיט א דרשה, און אויב עס האט געפאלזן זיין דרשה האט מען אויפגענומען אלץ מלמד, אין אויב ניט האט מען אים אפגאזאגט.
 

ר' שלמה קלוגער'ס דרשה

וכן הוה מען האט מכבד געווען ר' שלמה קליגער מיט א דרשה, די גאנצע עולם איז זיך צאמגעקומען אין אויך די בראד רב ר' אפרים זלמן מרגליות די בית אפרים, אין ר' שלמה קלוגר וואס איז געווען א פה מפיק מרגליות האט אראפגעלייגט א דרשה מיט גרויס חריפות אין פלפול דער עולם האט צוגעהערט מיט גרויס התפעלות זיינע שיינע אין טיפע רעיונות, ווען ער האט פארענדיגט זיין דרשה איז ער אדורך די בית אפרים זעהן וואס ער זאגט, באמערקט ער אויפ'ן פנים פונעם בית אפרים אז ער איז עפעס ניט אינגאנצען צופרידען פון זיין דרשה, האט ער אים געפרעגט הלמאי וואס האט ער געזאגט וואס האט עם ניט געטויגט.
 

תלמוד בבלי מסכת סוטה

האט אים די בית אפרים געזאגט אז אין זיין דרשה האט ער געמאכט א גאנצע פלפול אין חשבון וואס די מסקנא קומט אויס אז עס איז געווען פיר אין צוואנציג מרגלים, אין דאס איז כנגד א בפירוש'ע פסוק אין חז"ל אז עס איז נאר געווען צוועלף מרגלים, האט ר' שלמה קלוגער אים געפרעגט צו ער האט א ירושלמי אויף מסכת סוטה האט ער געזאגט אז ער האט ניט, האט ער געפרעגט צו ער האט א בבלי סוטה האט ער געזאגט יא, האט אים ר' שלמה קלוגער געהייסען אז ער זאל קוקען אין דף ל"ד ע"א ווי תוס' ברענגט צו א ירושלמי אז לויט ר' עקיבא קומט אויס אז עס איז געווען פיר אין צוואנציג מרגלים, ווי די בית אפרים האט דאס נאגעקוקט האט ער געזאגט אזא גאון וועלען מיר ניט אויפנעמען אלץ א מלמד נאר מען וועט אים אויפנעמען אלץ מגיד פונעם שטאט, אין אזוי איז ר' שלמה קלוגער געווארען די בראדע מגיד.
 

די ירושלמי לשיטתו

נחזור לענינינו, פרעגען שוין די מפרשים פון די ירושלמי אז עס איז געווען פיר אין צוואנציג מרגלים ווי אזוי לערנען מיר ארויס תוך תוך עדה עדה פון די מרגלים אז אויף מנין דארף מען צעהן, מיר וואלטען געדארפט האבען אויף מנין פיר אין צוואנציג מענטשען, האט די גערער רבי די אמרי אמת געענטפערט אז באמתן טרעפין מיר אין ירושלמי אן אנדערע לימוד אויף מנין, די ירושלמי לערענט ארויס אן אנדערע גזירה שוה תוך תוך ונתקדשתי בתוך בנ"י אין עס שטייט ווען די שבטים זענען געגאנגען קיין מצרים ויבוא בני ישראל לשבור בתוך הבאים, מה תוך האמור להלן עשרה אף תוך האמור כאן עשרה הפלא ופלא.

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר