סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

א קשיא מיט זיבעציג תירוצים / הרב פנחס וויליגער

פסחים מד ע"ב

 

מס' פסחים (דף מ"ד ע"ב) א"ל רב אחא בריה דרב אויא לרב אשי מדרבנן נשמע לרבי עקיבא, מי לא אמרי רבנן משרת ליתן טעם כעיקר מכאן אתה דן לכל איסורין שבתורה, לרבי עקיבא נמי משרת להיתר מצטרף לאיסור מכאן אתה דן לכל איסורין שבתורה כולה, א"ל משום דהוי נזיר וחטאת שני כתובים הבאין כאחד ואין מלמדין וכו'.

מען פארציילט א מעשה וועגען א רב וואס האט געזאגט א שבת הגדול דרשה אויפן סוגיא פון טעם כעיקר. נאכ'ן דרשה איז צוגעקומען איינער פון די צוהערער'ס ניט קיין גרויסע תלמיד חכם, אין געזאגט צום רב די גאנצע דרשה האב איך פארשטאנען חוץ איין ווארט, מאכט די רב מיט די האנט וואס האסטו ניט פארשטאנען, האט ער געזאגט במילא די תם (טעם) ווייסט ער מען רעדט פון די תם פון די הגדה, אבער דעם ככר (כעיקר) איז דאך המצדיג וואס קומט א שטיקעל ברויט אין א פסח'דיג דרשה.

בנוגע די סוגיא פון היתה מצטרף לאיסור איז פארהאן א ספר פונעם גרויסען גאון ר' יוסף ענגיל זצ"ל מיטען נאמען קונטרס ע' פנים לתורה, ווי ער פארענטפערט א קשיא אויף די סוגיא מיט זיבעציג תירוצים, די ספר האט ער געשריבען ווען ער איז אלט געווען פינף און צוואנציג יאר דאס איז געווען זיין ערשטע ספר וואס ער האט געדרוקט, פארוואס ער האט געשריבען זיבעציג תירוצים אויף די סוגיא היתר מצטרף לאיסור שרייבט ער אין זיין הקדמה מטעמים הכמוסים עמדי, חתומים באוצרות לבבי, און ער שרייבט ווייטער כמו כן לא לקח הסכמות משום שגם פה לא עשיתי מאומה לא להלכה ולא למעשה, כי אם פלפלתי כלשהו, ואין זה כדאי לבוא בהסכמה.
 

היתר מצטרף לאיסור

זיין עניוות איז געווען אין לשער פינף און צוואנציג יאר נאך ער האט געדריקט ע' פנים לתורה אין שנת תרע"ב איז געקומען צו עם א תלמיד חכם פון ווארשא ער האט געהייסען רבי יצחק בצלאל מארגנשטערן מיט א בקשה אזוי ווי ער וויל איצטע דרוקען זיין ספר מאה שערים, וואס האט הונדרעט תירוצים אויף די זעלבע קשיא וואס די רבי האט פארענטפערט אויף זיבעציג אופנים וויל ער אז די רבי זאל עם געבען אן הסכמה, האט עם רבי יוסף ענגיל געשריבען אין הסכמה אזוי: "אשר ביקש כ"ת הסכמתי על ספרו מאה שערים... הקשה לשאול, כי אני מונע את עצמי מתת הסכמות ככל האפשרי, אך האמת ניתן לכתוב, כי מכיר אני את כבוד תורתו זה שנים רבות למחודד ומפולפל... ראיתי שם פלפולים נחמדים ומשוננים..." און ער דערמאנט ניט קיין איין ווערט ניט אפי' ברמז אז ער אליין האט עוסק געווען צופארענטפערען די קשיא וכדו', ניט בחינם האבען גדלוי הדור זיך אויסגעדרוקט אויף עם אז ער איז א בקי כרב יוסף ברכות (ס"ד ע"א) וענוותן כרב יוסף סוטה (מ"ט ע"א)
 

ר' יוסף ענגיל'ס ישיבה

ווען רבי יוסף ענגיל ז"ל האט געהאלטען ביים דרוקען זיין ספר ע' פנים לתורה האט ער דאס געשיקט צו ש"ב הגאון מהר"ש ענגיל זצ"ל מרדומישלא ער זאל מעיין זיין און דעם, נאך א פאר טעג האט די רדומישלא רב געזאגט צו עם אז אלע תירוצים זיינען כפתור ופרח חוץ איין תירוץ, האט ר"י ענגיל גענטפערט מיניה וביה מסתמא מיינט איר תירוץ פלוני, האט די מהר"ש גענטפערט יא איך מיין טאקע יענעם תירוץ, און איז ארויס פון התפעלות פון זיין בליץ שנעלען מוח, אין ר"י ענגיל האט עם געזאגט היות ער באנוצט זיך מיטן ש"ס זיטאמיר (ניט מיטן ש"ס ווילנא) אין לוטן נוסח רש"י האט געדרוקט דארט שטימט יא יענעם תירוץ וואס ער האט געשריבען.

מען האט עם אמאל געפרעגט פארוואס ער עפענט ניט קיין ישיבה, האט ער געזאגט פון מיינע ספרים וויל איך האבען תלמידים, אין עס איז טאקע מקוים געווארען אז זיינע גאונ'ישע ספרים זיינע נתקבל געווארען אין די וועלט און בפרט בין הלומדים, זיינע ספרים זיינען ע' פנים לתורה, גבורות שמונים, ציונים לתורה, בית האוצר, אתוון דאורייתא, תשובות בן פורת, גליוני הש"ס, בטיב הירושלמי, אוצרות יוסף, חוסן יוסף ספר החלומות ועוד, אין האט נאך אסאך געשריבן בכתב יד אבל לא זכינו לכך, ביי די קריג יארען האבען די רשעים ימ"ש עס פארברענגט.
 

הגר"י ענגיל מיט'ן סכטשאב

ר' יוסף ענגיל פלעגט מזמן לזמן קומען קיין סוכטשאב צום גרויסען גדול הדור די אבני נזר אינטרעסאנט איז אז ער דערמאנט אין זיין ספרים חידושים פונעם אבני נזר אבער ניט מיט זיין נאמען נאר מיטן טיטל בשם גאון אחד אדער חכם אחד און מען זאגט אז בודאי היו לו בזה טעמים ונימוקים, חוץ איינמאהל שרייבט ער אין זיין ספר אוצרות יוסף חידושי יורה דעה (קונטרס ב' אות ו') הרב הגאון הצדיק אב"ד דק"ק סאחאטשאב שליט"א, און ווי עס שטייט ביי אונז אין גמרא מכאן אתה דן לכל... התורה פון די תשובה ווייזסט זיך ארויס די כבוד ובהערצה וואס ער האט געהאט צו עם, וכמים פנים לפנים, האט די אבני נזר ארויסגעוויזען גרויס ליבשאפט צו הגר"י ענגיל מען פארציילט אז איין מאל ווינטער ווען ער איז געקומען קיין סוכטשוב איז פארגעקומען א שמחה משפחתות בחצר הרבי, ולכבוד המאורע האט מען צוגעשטעלט א קידושא רבא אין הויז פונעם שם משמואל, נאכ'ן דאווענען ווען דער עולם האט בעגלייט די אבני נזר צום קידוש איז ר"י ענגיל געווען פארטראכט אין לערנען אז ער האט גארניט באמערקט אז די עולם איז צוגאנגען, פלוצים האט ער באמערקט אז ער איך אליין געבליבען אין בית המדרש, איז ער ארויסגעלאפען אניאגען מיט'ן עולם וואס האט בעגלייט די רבי די אבני נזר, ווען ער איז אזוי איילינדיג ארויסגעלאפן האט ער פארגעסען זיין מאנטעלע, ווען די אבני נזר האט באמערקט ר"י ענגיל אן זיין מאנטעל האט ער זיך אנגרופען צו זיי זין די שם משמואל קוק נאר צו וויאזוי א ספר תורה מהלך ערום, כהרף עין האט די אבני נזר אויסגעטוהן זיין מאנטעל און דאס אוועקגעגעבן צו ר"י ענגיל אנצוטוהן, יא אזוי האבען אויגעזעהן אמאליגע גדולים זכותם יגן עלינו.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר