סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

די שייכות רימון מיטן קרבן פסח / הרב פנחס וויליגער

פסחים עב ע"א

 

מסכת פסחים (דף ע"ב ע"א) כיצד צולין את הפסח מביאין שפוד של רמון ותוחבו לתוך פיו עד בית נקובותו ונותן את כרעין ואת בני מעיו לתוכו, די פרעגט די גמרא וניתי של מתכת, וניתי של דקל וניתי של תאנה, פארוואס דארף מען דווקא שפוד של רימון.

די גרויסע גאון און מקובל הרה"ק ר' נתן נטע שפירא זצ"ל די מחבר פונעם געוואלטיגען ספר מגלה עמוקות עה"ת אין האט אויך געשריבען א גאנצע ספר אויף די פסוק ואתחנן אל ה' מיט רנ"ב אופנים. שרייבט ער אין אופן רט"ו אז אין ילקוט פרשת יתרו שטייט עס זיינען געווען פיר מענטשען וואס האבען ממליך געווען הקב"ה יתרו נתן ממש לע"ז כמ"ש עתה ידעתי כי גדול ה' מכל אלוקים, נעמן הודה במקצת שנא' כי אין אלוקים בכל הארץ כי אם בישראל, רחב אמרה כי ה' אלוקיכם הוא אלוקים בשמים ממעל ועל הארץ מתחת, משה אמר כי ה' הוא אלוקים בשמים ממעל ועל הארץ מתחת אין עוד אפילו בחללו של עולם עיי"ש זאגט די מגלה עמוקות סימן של ארבעה אנשים אלו דקחשיב במדרש נרמזים במילת רימן ר'חב י'תרו מ'שה נ'עמן איז ר"ת רימן (כדי צובמערקין אז ער שרייבט רימן ווי די קרי ניט לוטן כתיב ווייל רמון שטייט אין די תורה רמון ניט רימן) אין דערפאר שטייט ביי נעמן אין מלכים (ד' ה') לדבר הזה יסלח ה' לעבדך בבוא אדני בית רמון להשתחות שמה טייטש רש"י בית רמון עבודת גלולים מרמז זיין אז אין די תיבה רמון איז מרומז ביטול ע"ז, אין דאס איז די כוונה אין די משנה ביי אונז צולין את הפסח בשפוד של רימן שהוא רומז על ביטול עבודה צרה שנרמז במלת רימן ווי די פסוק זאגט משכו וקחו לכם צאן, משכו ידיכם מעבודה זרה, ווייל די תכלית פון די קרבן פסח איז געווען צו שחטן א שה וואס דאס איז געווען די עבודה זרה פון די מצרים ובכל אלוהי מצרים אעשה שפטים.

מען וואלט געקענט צולייגען אז די רמון באוויזט אפי' ריקנין שבך מלאים מצוות כרמון די רמון באווייזט אופן פנימיות פונעם יוד אז זיין פנימיות וויל ער זיין נאנט צום באשעפער און אפילו ער איז אזוי געפאלען אין די גרעסטע עבירות פון עבודה זרה אזוי ווי נעמן רחב יתרו האט ער א תיקון דורכען מ' פון משה וואס אז מעלה די רמון אז אפי' מען אז פשועי ישראל ווי די גירסא איז אין מס' חגיגה (דף כ,ז ע"א) איז מליאין מצות כרמון, און בפרט פסח ביינאכט וואס אפי' די בן הרשע האט א תיקון ווי עס שטייט אין ספה"ק

די רמ"א ברענגט אין הלכות ראש השנה (סימן תקפ"ג) בשם המרדכי ויש אוכלים רמונים ואומרים נרבה זכיות כרמון, פרעגן די מפרשים אז לויט די גמרא קומט אויס אז אפי' פושעי ישראל מלאי מצות כרימון איז וואס פארא בקשה בעטין מיר שנדרה זכיותנו כרימון, נאר לויט ווי די מגלה עמוקות איז מפרש די ווארט רימן, קען זיין אז מיר בעטען פונעם באשעפער איז מיר זאלען קענען ממליך זיין די אויבערשטער אזוי ווי ר'חב י'תרו מ'שה נ'עמן האבען ממליך געועון די אייברשטער אז עס זאל שוין מקויים ווערען מלוך על כל העולם כבודך.

מען פארציילט אז איינמאל ראש השנה ביינאכט ווען די שפת אמת האט געגעסן די רימון, איז עס געווען א זייער ביטערע רימון, האט די גערער רבי זיך אנגערופן, זעהט אויס אז ווען די חז"ל האבען געזאגט אז פושעי ישראל מלאי מצות כרימון האבען זיי געמיינט אזוי ווי דעי רימון.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר