סקר
האם אתה לומד עם גמרא מפורשת/מבוארת?






 

ווער זיינען די בני בתירא / הרב פנחס וויליגער

פסחים סו ע"א

 

מסכת פסחים (דף ס"ו ע"א) תנו רבנן הלכה זו נתעלמה מבני בתירא פעם אחת חל ארבעה עשר להיות בשבת שכחו ולא ידעו אם פסח דוחה את השבת אם לאו אמרו כלום יש אדם שיודע אם פסח דומה את השבת אם לאו אמרו להם אדם אחד יש שעלה מבבל והלל הבבלי שמו ששימש שני גדולי הדור שמעיה ואבטליון ויודע אם פסח דוחה את השבת אם לאו שלחו וקראו לו אמרו לו כלום אתה יודע אם הפסח דוחה את השבת אם לאו אויף די סוגיא איז דא זייער אסאך פלפולים מיר וועלען נאר דערמאנען עטליכע הערות וואס די אחרונים באמערקען אויף די גמרא, פארוואס דארף די גמרא זאגען שעלה מבבל וואס איז דאס א נפקא מינה להלכה, אין פארוואס רופט מען אן הלל הבבלי, אין וואס דארפען מיר וויסען ששימש שמעיה ואבטליון, אויך דארפען מיר פארשטיין אויב מען האט שוין געזאגט אז הלל איז יודע אם פסח דוחה את השבת פארוואס האט מען ביי אים געפרעגט אמרו לו כלום אתה יודע אם הפסח דוחה את השבת אם לאו.

דערנאך איז דא די וועלט'ס קשיא אז לויט די גמרא אין מסכת שבת (דף פ"ז ע"ב) תנא אותו יום נטל עשר עטרות ראשון למעשה בראשית וכו' קומט אויס אז בשנה השנית ליציאת מצרים איז אויסגעפאלען ר"ח ניסן אויף א זונטאג ממילא קומט אויס אז י"ד ניסן געפאלט אויף שבת, און עס שטייט ויעשו בני ישראל את הפסח במועדו האט מען דאך א בפירוש'ע ראי' פון פסח מדבר אז פסח איז דוחה שבת אויב אזוי דארף מען פארשטיין וואס די ספק פון בני בתירא איז געווען

הרה"ג ר' ישכר שלמה טייכטאהל זצ"ל אין זיין ספר שו"ת משנה שכיר (סימן קט"ז) פארענטפערט די אלע דיוקים אזוי, די ספק צו קרבן פסח איז דוחה שבת דאס האבען זיי געוויסט פון פסח מדבר אז עס איז דוחה שבת, די ספק איז נאר געווען פאר די בני בתירא, און ווי די ווילנע גאון שרייבט אויף די גמרא (דף ג') אז ר"י בן בתירא איז ניט געגאנגען עולה רגל שרייבט תוס' שלא היה לו קרקע, דארף מען פארשטיין ווי קומט עס אז ר' יהודה זאל ניט האבען קיין קרקע אין ארץ ישראל, נאר די גמרא זאגט אין מסכת בבא בתרא (דף צ"ב ע"ב) בנים שהחיה יחזקאל עלו לארץ ישראל ונשאו נשים והולדתו בנים ובנות ועמד רבי יהודה בן בתירא על רגליו ואמר אני מבני בניהם וכו' ומאן נינהו מתים שהחיה יחזקאל, אמר רב אלו בני אפרים שמנו קץ וטעו ויצאו קודם זמן וכו' זאגט די ווילנא גאון וויבאלד ר"י בן בתירא קומט פון די בני אפרים איז ער דאך ניט געווען מנוחלי הארץ דערפאר האט ער ניט געהאט קיין קרקע עכ"ל, זאגט הרב טייכטאהל קומט אויס איז די בני בתירא האבען ניט געהאט קיין קרקע איז די שאלה אז וויבאלד ביי זיי איז די קרבן פסח געועון נאר א רשות ניט קיין חובה צו איך זאג אז קרבן פסח איז דוחה שבת צו ניט. האבען זיי געזאגט איש אחד עלה מבבל והלל הבבלי שמו, הלל איז געווען באוויסט אלץ עני אביון ווי די גמרא זאגט יומא (דף ל"ה ע"ב) הלל מחייב את העניים האט ער אוודאי ניט געהאט קיין קרקע און אויך ושימש שני גדולי הדור שמעעיה ואבטליון וואס זיי זענען דאך געווען מבני גרים [כדי צו באמערקען די מחלוקת צווישען מהר"ל מפראג וואס שרייבט אז זייער טאטע האט געשטאמט פון גרים אבער זייער מאמע איז געווען א יוד און אזוי ברענגט צו זיין תלמוד תוספות יו"ט אין מסכת אבות, אבער די רמב"ם אין זיין הקדמה און אין זיין פירוש המשניות על מסכת עדיות (פ"א מ"ג) און די מאירי און די אברבנאל און די ברטנורה אויף מסכת אבות און די אריז"ל אין שער הגלולים שרייבען ששמעיה ואבטליון עצמם היו גרים עיי"ש אין די ספר דורש לציון דרוש ג' שרייבט אז שמעיה ואבטליון שטאמען גאר פון די עשרת השבטים] עכ"פ מן הסתם וועט הלל וויסען אויב מען האט ניט קרקע צו פסח איז דוחה שבת אדער ניט.

איי וועט איר פרעגן אז זיי קענען זיך ברענגען א ראי' פון פסח מדבר וואס מען איז נאך ניט אריין אין ארץ ישראל און פונדסטוועגען זעהן מען אז בשנה השנית ויעשו את הפסח במועדו. איז ניט פשוט ווייל די גמרא אין מסכת בבא בתרא קלערט צו ארץ ישראל מוחזק מאבותינו צו ניט נו אויב איך האלט אז ארץ ישראל מוחזקת מאבותינו האבען יודען אין מדבר יא געהאט קרקע, האבען זיי ווייטער ניט קיין ראי' אז אויב מען האט ניט קרקע און ארץ ישראל צו די קרבן פסח איז דוחה שבת צו ניט.

און ספר פתח הבית וויל זאגען אז די גמרא זאגט און יבמות (דף ע"ב ע"א) אז די בני ישראל אין מדבר זיינען די יודען ניט געווען געמאל'ט דתניא כל ארבעים שנה שהיו ישראל במדבר לא נשבה להם רוח צפונות וכו' משום נזופים היו איז תוס' פארטייטשט נזופין ממעשה מרגלים אבער רש"י פארטייטשט נזופין ממעשה העגל קומט אויס לויט רש"י אז בשנה השנית ווען זיי האבען געמאכט די קרבן פסח איז עס געווען עפ"י הדיבור ווייל מילת זכרים מעכבים דערפאר קיין מען ניט ארויס לערנען פון פסח מדבר אז קרבן פסח איז דוחה שבת.

הרה"ג ר' חיים עוזר זצ"ל אין זיין ספר שו"ת אחיעזר (חלק ג' ס' פ"א אות י"ג) שרייבט אז אין מדבר האט מען געשחט'ן די קרבן פסח ע"י קטן אין שרייבט דאין קטן מעכב מדין שליחות, אבער נאכדעם וואס די חכמים האבען גע'אסרט אסור לספי לקטן בידים, קען מען דאך ניט שחט'ן ע"י קטן, האבען זיי ניט געוויסט צו קרבן פסח איז דוחה שבת אדער ניט.

היות די וואך גייט פרשת החודש וויל איך מקשר זיין די סדרה צו דף היומי, איך האב געזעהן א געוואלדיגע ווארט אין די ספר ילקוט המאירי בשם הגאון מהר"ח הלוי ז"ל אבד"ק בראד אז די ערשטע רש"י אין בראשית אמר ר' יצחק לא היה צריך להתחיל את התורה אלא מהחודש הזה לכם וכו' משום כח מעשיו הגיד לעמו וכו' שלא יאמרו או"ה לסטים הייתם וכו' פרעגט ער אז די קשיא ווערט ניט פארענטפערט ווייל אלץ כח מעשיו וואלט מען געקענט דאס שרייבען נאך אלע מצות, נאר לויט די תוס' אז אויב מען האט ניט קיין קרקע איז מען פטור פון קרבן פסח איז זייער רעכט פארוואס די תורה הייבט ניט אן פון החודש הזה לכם ווייל פריער דארפען מיר וויסען אז כח מעשיו הגיד לעמו לתת להם נחלת גוים ברצונו נתנה להם וברצונו נטלה מהם ונתנה לנו אז מען האט קרקע ארץ ישראל דאמאלט קען מען אנזאגען החודש הזה לכם ראש חדשים דברי אל כל עדת ישראל ויקחו לכם איש שה לבית אבות.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר