סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

קרבן פסח מיט'ן גיד הנשה / הרב פנחס וויליגער

פסחים פג ע"ב

 

מסכת פסחים (דף פ"ג ע"ב) תנן העצמות והגידים והנותר ישרפו בט"ז, הני גידין היכי דמי וכו' אמר ר' חסדא לא נצרכא אלא לגיד הנשה וכו' כגון שהוכרו ולבסוף נתערבו די גמרא זאגט אז דאס וואס שטייט אין די משנה אז די גידים דארף מען פארברענגען, רעדט זיך אז די לינקע גיד הנשה וואס איז מותר צו עסען האט זיך אויסגעמישט מיט די רעכטע גיד הנשה וואס איז אסור צו עסען אין אויף דעם פאל זאגט די משנה אז מען דארף ביידע גידים פארברענגן.

איצט אזוי עס איז פאראן א גאר אינטרסנטע רמב"ם אין הלכות קרבן פסח (פרק י' י"א) וואס פסק'נט אז די קרבן פסח אין מנקין אותו כשאר הבשר ואין מחתכיו אותו, אלא צולין אותו שלם משום שנא' ראשו על כרעיו ועל קרבו, דאס הייסט מען האט מקריב געווען די גאנצע קרבן פסח אויף אמאל און ניט אפי' ארויסגענומען די גיד הנשה און די ראב"ד שרייבט זייער שארף אמר אברהם חיי ראשי, אין איסור גדול מזה שיצלה את הפסח עם גיד הנשה ועם שמנו וכו' ואם אזכה ואוכל פסח ויביא לפני כזה, הייתי חובטו בקרקע לפניו.

פרעגט מען אויפ'ן ראב"ד פון אונזער גמרא איז משמע אזוי ווי די רמב"ם, ווייל לויט די ראב"ד אז מען האט געמוזט ארויס נעמען די גיד הנשה הימין וואס איז אסור, ווי אזוי קען געמאלט זיין אז שהוכרו ולבסוף נתערבו, עס איז פארהאנען א גרויסע היכר צווישען די ביידע גיד הנשה'ס, די לינקע גיד איז דאך געווען צלי אש, אין די רעכטע גיד איז געווען א רוי שטיקעל פלייש, איז א ראי' פון די גמרא צו די שיטת הרמב"ם אז מען האט געבראטען די קרבן פסח צלי אש שלם מיט ביידע גיד הנשה'ס, איז יאמאלט קען פארקומען שהוכרו ולבסוף נתערבו ומצוה ליישב.

אויך די בני יששכר (מאמר ד' דרוש י"ב) ברענגט א געוואלדיגע ראי' צום רמב"ם אז מען האט נישט ארויס גענומען די גיד הנשה בשעת'ן צלייה ווייל די גמרא זאגט אין חולין (פרק גיד הנשה). דלא נצטוו דגיד הנשה, רק ממתן תורה ואילך, קומט אויס אז אין פסח מצרים איז נאך נישט געווען די איסור פון אכילת גיד הנשה האט מען נישט ארויס גענומען די גיד הנשה, אויב אזוי ווען די משנה רעכענט אויס (אין פרק ט') מה פסח מצרים לפסח דורות וכו' וואלט די משנה געדארפט אויך אויסגערעכענען אז ביי פסח מצרים האט מען ניט געדאפרט ארויס נעמען די גיד הנשה, און פסח דורות דארף מען יא ארויסנעמען די גיד הנשה בשעת'ן צלייה.

טייערע יודען לויט אלע סימנים און בפרט ווי הר"ר יהונתן אייבשיץ שרייבט און זיין ספר אהבת יהונתן אין הפטורה פון פרשת נצבים, דאיתא דגאולה אחרונה יהיה כמו שהיה גאולת מצרים וגאולת מצרים היה ביום החמישי וכו' וכן הגאולה יהיה לעתיד ביום החמישי עיי"ש די יאר געפאלט ליל שמורים ליל המשומר ביום ה' וועט מען זיך בקרוב זעהן מיט אליהו הנביא און ער וועט אונז זאגען ווי אזוי מקריב זיין די קרבן פסח צו ווי די רמב"ם צו ווי די ראב"ד.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר