סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

די גר פון קיובעק / הרב פנחס וויליגער

פסחים קיז ע"ב

 

מסכת פסחים (דף קי"ז ע"ב) אמר ר' שמעון בן לקיש ואעשך לגוי זהו שאומרים אלוקי אברהם ואברהם זהו שאומרים ואברכך זהו שאומרים אלוקי יצחק ואגדלה שמך זהו שאומרים אלוקי יעקב יכול יהו חותמין בכולן ת"ל והיה ברכה בך חותמין, האט די ראש הישיבה פון לוצערן הרה"ג ר' א"ש קאפלמאן שליט"א איבערגעזאגט פון זיין רבין הגאון ר' שמעון שקאף זצ"ל אז די חתימת הגלות וועט זיין דורך די נשמות וואס וועט זיין דוגמת אברהם אבינו ע"ה אז זיין טאטע תרח איז געווען עובד עבודה זרה. אין ער האט פון זיך אליין אנערקענט אז עס איז פארהאן א בורא עולם אויפן וועלט.

איך מיין אז היינט זעהט מען דאס בחוש ווי אזוי טויזנטע בעלי תשובות פון די גארער וועלט וואס האבען קיינמאל אין זייער לעבען ניט געהאט קיין שום יודישען ערצואונג שרייבען זיך איין אין ישיבות ווי למשל אור שמח צר ליובאוויטשע א.ד.ג. און ווילען לערנען ווי אזוי צו זיין א שומר תורה ומצות, און נישט נאר יודען נאר אויך להבדיל גוים ווילען זיך מגייר זיין צילוב דעם וואס ביי זייער געלויבען טרעפען זיי ניט קיין ענטפערס אויף זייער קשיות וועגען די עקסטנס פון די יוניווערס וכדו', עס איז טאקע מקוים געווארען די בך חותמין.

עס האט מיר פארציילט א גר וואס וואוינט דא אין מאנטריאל זיין השתלשלות פארוואס ער האט זיך מגייר געווען, אלץ א פערצען יעריגע גוי האט עם זיין טאטע גענומען אין קלויסטר, און ער האט דארטן געזעהן די סטעטשאס די געטשקעלעך, איז ער צוגעגאנגען צום גלח פרעגן היתכן עס איז דא געטשקעס, און די בייבל שטייט דאך לא תעשה לך פסל, האט אים דער גלח געזאגט אז ער איז א מחוצף און מען טאר ניט פרעגען אזאלעכע מינע קשיא'ס. אזוי ווי ער האט דאס געהערט האט ער געזאגט פאר זיין טאטע אז ער וויל מער ניט גיין צו קלוסטער, אזוי האט זיך אנגעהויבען זיין וועג צו יודישקייט ער האט דורך געלערענט תנ"ך ספרי קבלה ווייל דיע ספרים האט ער געטראפען איבערגעזעצט אויף פראנדויזיש, ווייל ער קומט פון קיובעק קען ער מייסטינס פארצויזיש ער האט מיר געבעטן איך זאל לערנען מיט אים פארשידינע מסכתות, ווייל ער ווי קענען נגלה אויך.

די וואך איז דאך פסח שני אין ווי די פסוק זאגט ויאמרו האנשים ההמה אליו אנחנו טמאים לנפש אדם למה נגרע לבלתי וגו' יא די נשמות שרייען אויך למה נגרע אין ווי די לעכעוועטשע האט געטייטש, די פסוק אלי אלי למה עזבתני, האט ער אויפגעהויבען ביידע הענט צו הימעל און געזאגט באשעפער דאס וואס איך האב געזינדיגט גייט מיך ניט אזוי אן, אבער פארוואס האסטו מיך געלאזט זונדעגין דאס האט דוד המלך געזאגט אלי אלי למה עזבתי פארוואס האסטו מיך אפגעלאסט היינטיגע צייטען האלטען מיר דארט בך חותמין מגן אברהם די אויבערשטען איז מקיים הציף עליו בעל הבירה אמר לו אני הוא בעל הבירה, היינט איז שוין פארהאנען איבער א מליון בעלי תשובות.

און בפרט אין די קומענדיגע טעג פון ל"ג בעומר וואס רשב"י וואס איז אין מרון האט א שייכות צו די שוואכסטע יודען וואס די גמרא זאגט אויף זיי אפי' פושעי ישראל מלאי מצות כרמון וואס מרון איז די זעלבע אותיות ווי רמון, און ווי די אהרן קרלינער שרייבט אופן פסוק מבשרי אחזה אלוקי, די ווארט מבשרי איז ר"ת מ'תורתו ר' ש'מעון ב'ר י'וחאי. מען קען דאס געבען צופארשטיין מיטן פשט וואס גדולי ישראל האבען מסביר געווען די גמרא אין מסכת סוכה (דף מ"ה ע"ב) אז ר' שמעון האט געזאגט יכול אני לפטור את כל העולם מן הדין, ווייל די גמרא זאגט אין מסכת סנהדרין (דף צ"א) א"ל אנטנינוס לרבי גוף ונשמה יכולים לפטור את עצמם מן הדין, כיצד גוף אומר נשמה חטאה וכו' ונשמה אומרת גוף חטאה וכו' א"ל אמשול לך משל וכו' למלך שהיה לו פרדס נאה וכו' והושיב ב' שומרים חיגר וסומא וכו', הרכיב חוגר ע"ג סומא ודן אותם כאחד וכו' עיי"ש, איצט אזוי להלכה פסקנן מיר זה אינו יכול וזה אינו יכול שניהם חייבים, אבל ר"ש אין מס' שבת (דף צ"ג ע"ב) פסקנ'ט אז אפי' זה אינו יכול וזה אינו יכול פטורים, וועגען דעם האט ר"ש געקענט זאגען יכולני לפטור כל העולם מן הדין.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר