סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

דער פייגל איז גערעכט / הרב פנחס וויליגער

סנהדרין קח ע"ב

 

דער פייגל איז גערעכט
סנהדרין דף ק"ח ע"ב
וישלח את העורב, אמר ר"ל תשובה ניצחת השיבו עורב לנח אמר לו רבך שונאני, ואתה שנאתני, דאס מיינט אז בשעת נח האט ארויסגעשיקט דעם פייגל וואס הייסט עורב צו זעהן אויב מען קען שוין ארויס גיין פונעם תיבה האט דער עורב געזאגט צו נח דיין הער האט מיר פיינט און דו האסט מיר פיינט פארוואס רבך שונאני מן הטהורים שבעה, מן הטמאים שנים, ואתה שנאתני שאתה מניח ממין שבעה ושולח ממין שנים, אם פוגע בי שר חמה או שר צנה לא נמצא עולם חסר בריה אחת, האט די עורב געהאט א גוטען טענה צו נח פארוואס ער שיקט נישט איינער פון די טהור'ע עופות וואס אפילו דער וועט שטארבען בלייבט נאך אלץ איבער זעקס פייגלעך פון יענעם מין, אבער אויב דער עורב וועט שטארבען וועט דאן מער נישט בלייבען קיין זכר פונעם עורב.

אויב מען האט ניט קיין קרעדיט
אין ספר חסד לאברהם האב איך געזעהן א זייער שיינעם ביאור אויף דעם וואס דער עורב האט געטאנה'ט צו נח רבך שונאני ואתה שנאתני, מיר ווייסען דאך אז אמאל ווען מען וויל בעטען פונעם אויבערשטער ער זאל אונז געבען כל טוב פרנסה געזונט קינדער און כדומה, אבער מיט וואס פארא זכות קען ער בעטן ער ווייסט ביי זיך אליין אז זיין קרעדיט מיט'ן רבונו של עולם איז נישט אזוי גוט, נו פארוואס זאל אים די רבונו של עולם ענטפערען אויף זיינע תפילות, איז דא אויף דעם אן עצה, ווי די גמרא פארציילט אין בבא בתרא (דף ח' ע"א) אז די עם הארצים האבען געזאגט צו רבינו הקדוש פרנסני ככלב וכעורב, אז אפילו מיר זענען נישט ראוי אז דו זאלסט אונז געבען צו עסען, זאלסטו אונז געבען פונקט ווי אונז וואלטען געווען א הונט אדער אן עורב, און ווי רש"י טייטש דארט שחס הקב"ה עליהם, און ער האט אזוי באשאפען א הונט אז זיינע עסען האלט אים זאט פאר דריי טעג, און א עורב אפי' ער איז אן אכזר אויף זיינע קינדער, גרייט אים דער באשעפער די יתושים פליגען אז ער זאל האבען וואס צו עסען לבני עורב אשר יקראו.

נח ענטפערט נישט
נו, אויב אזוי איז א יעדער יוד בעסער ווי אן עורב און כלב, קומט זיך אונז אויך עסען דאס איז געווען די טענה צו רבינו הקדוש פרנסני ככלב וכעורב. טייטש מיט דעם דער חסד לאברהם אז דאס איז געווען די טענה פונעם עורב צו נח, רבך שונאני, דער אויבערשטער האט אונז פיינט ווייל מיר זענען אן אכזר צו אונזער קינדער, און פון דעסטוועגען געבט ער אונז פרנסה. ואתה שנאתני בתמוה היתכן דו האסט מיר אויך פיינט דו קענסט מיך נוצען אלץ אן עקסעמפעל מה דאך פארן עורב געסטו פרנסה, איז אוודאי פאר אונז כלל ישראל דארפסט דו אונז געבען השפעות טובות, די טענה פון פרנסני ככלב וכעורב דאס איז געווען די תשובה נוצחת פונעם עורב, וואס נח האט אים גערניט דערויף געענטפערט, דארפען מיר פארשטיין פארוואס האט אים נח'ן גארניט געענטפערט אויף דעם.

בעסער פון די גוים
מען קען דאס פארענטפערען אז טייל מאהל מיז מען צוקומען צו אזאלעכע פשטלאך אז לגבי די עורב לגבי די גוים זענען מיר בעסער אויב אזוי קומט זיך אונז אלעס, און ווי די גרויסע גאון ר' מאיר שפירא זצ"ל שרייבט אז וועגען דעם טאקע כל המועדים בטלים חוץ מפורים, ווייל ביי פורים האבען די יודען אויך נהנה געווען פון סעודת אחשורוש, איז אבער געווען ונהפוך הוא פאר וואס וועגען ישלטו היהודים "המה בשונאיהם", די עיקר סיבה איז געווען וועגען המה בשונאיהם, דעס אז לגבי די גוים האבען יודען אסאך אסאך מער מעלות, און דער טענה וועט האלטען די יודען אין אלע דורות אין אלע מצבים וימי הפורים האלו לא יעברו מתוך היהודים וזכרם לא יסוף מזרעם.

דאס יודישען פאספארט
אבער זאגט ר' מאיר שפירא, לא יעקב יאמר עוד שמך כי אם ישראל, יעקב ווייסט אויף וידו אוחזת בעקב עשו, דאס ווייזט אויף די הנהגה וואס וידו אוחזת, אז די אחוזה פון א יוד די קיום פון פאלק ישראל, איז נאר בעקב עשו ווען מען איז פארמאסטען מיטן נידריגן עשו יאמאלט זיינען מיר בעסער, האט די מלאך געזאגט פאר יעקב לא יעקב עוד שמך ניצט נישט דיין פאספארט אינטערען נאמן יעקב, כי אם ישראל, נאר די פאספארט ישראל כי שרית אם אלוקים ואנשים ותוכל די גרויסע מדרגה ישראל וואס יודען זיינען אין הויכען מאראל און שטאלץ און געטלעכקייט מיט תורה און מצות, מען געוועלטיגט אויף גופנישע כוחות פונעם גוף מען דערהייבט זיך גאר הויך צו העכסטען טיטל ישראל ווען דעם האט נח'ן ניט געענטפערט דעם עורב גארניט, ווייל מיר ווילען ניט אנקומען צום טענה פונעם עורב, לא יעקב יאמר עוד שמך, נאר דעם פאספארט ישראל.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר