סקר
בבא מציעא - הפרק הקשה במסכת:







 

דורך לערנען מסכת עירובין אין זעקס מינוט / הרב פנחס וויליגער

סנהדרין צו ע"א

 

דורך לערנען מסכת עירובין אין זעקס מינוט
סנהדרין דף צ"ו ע"א. די גמרא זאגט הוזהרו בזקן ששכח תלמודו מחמת אונסו. דאס מיינט עטס זאלטס זעהן אפציגעבען כבוד פאר אן עלטערע יוד אפילו ער האט שוין פארגעסען אלץ וואס ער האט געלערנט, וויבאלד ער איז אן אונס און דעם וואס ער געדענקט נישט מער צוליב זיין אלטקייט, שרייבט דארט די מהרש"א אז דערפאר שטייט דווקא זקן ששכח תלמודו, און נישט סתם מי ששכח תלמודו מחמת אונסו, אז דווקא ביי א עלטערע מענטש זאג איך אז אויב ער האט פארגעסען זיין לערנען וועגען זיין אלטקייט יאמאלט דארף מען אפגעבען כבוד, אם חכמה אין כאן, זקנה יש כאן קומט אויס לויט די מהרש"א אז אויב א יונגערע מענטש פארגעסט זיין לערנען מחמת אונס דארף מען אים נישט אפגעבען קיין כבוד.

פרנסה איז נישט קיין תירוץ
אין מדרש שמואל אויפן משנה אין פרקי אבות (פ"ג משנה ח') רבי מאיר אומר כל השוכח דבר אחד ממשנתו מעלה עליו הכתוב כאילו מתחייב בנפשו, זאגט די מדרש שמואל אז וויבאלד עס שטייט כל השוכח נישט סתם השוכח, קומט עס אונז צולאזען הערען אז אפילו דער תלמיד חכם איז געווען אזוי טרוד און פארנומען אריין צוברענגען פרנסה אין שטוב, און וועגען דעם האט ער פארגעסען זיין לערנען, פונדעסטוועגען איז ער מתחייב בנפשו. און פירט דארט אויס וויבאלד עס שטייט אין פסוק השלך על ה' יהבך וגו' איז פרנסה נישט קיין תירוץ אויף צו פארגעסען תורה. און אזוי ברענגט עס אראפ די תוספות יו"ט אויפן פלאץ.

אפילו א יונגערמאן
די יעב"ץ אין זיין ספר לחם שמים שפארט זיך מיט דעם און אזוי פסקנט די אלטע רבי אין שלחן ערוך הרב הל' ת"ת (פ"ב ס"ו) אז אויב א תלמיד חכם איז געווען אזוי שטארק פארנומען פאר זיין פרנסה אז דורך דעם האט ער פארגעסען זיין לערנען, איז אינו מתחייב בנפשו און מען דארף אים יא אפגעבען כבוד און עס איז כדאי צו באמערקען אז רש"י אין מסכת ברכות (דף ח' ע"ב) אויפן גמרא והזהרו בזקן ששכח תלמודו שרייבט רש"י מחמת אונסו, שחלה או שנטרד בדוחק מזונות, האט רש"י אויך פארשטאנען אז די דאגות פון פרנסה ווערט גערעכנט אלץ אן אונס. קומט אויס אז דעם וואס שטייט דארט אין די גמרא הזהרו בזקן ששכח תלמודו איז לאו לווקא א זקן אן אלטע יוד, נאר א יעדער תלמיד חכם, און ווי די לשון הגמרא אין מסכת מנחות (דף צ"ט ע"א) תלמיד חכם ששכח תלמודו מחמת אונסו, קומט אויס אז די מהרש"א וואס שרייבט ביי אונז אם חכמה אין כאן אבל זקנה יש כאן איז שווער צו פארשטיין ווייל ווי אויבן דערמאנט, איז אפילו ביי א תלמיד חכם נישט קיין זקן דארף מען אויך אפגעבען כבוד, סיידין מיר וועלען זאגען אז די מהרש"א לערנט ווי די ברכת שמואל אין די תוספות יו"ט.

וואס מיינט אן אונס
דער גרויסע גאון ר' יוסף חיים זוננפלד ז"ל אין זיין ספר שו"ת שלמת חיים (ח"א סימן מ"א) שרייבט אז איינער איז נישט נזהר פון די זאכען וואס די גמרא רעכענט אויס אז די זאכען ברענגט א מענטש צו שכחה צו פארגעסען ווי למשל ער עסט די הארץ פון א בהמה הוריות (דף י"ג ע"ב) אדער העובר בין שני גמלים וכו' איז ער אויך מתחייב בנפשו, און איז עובר אויף די לאו השמר פן תשכח. און אזוי פסקנט אויך די התעוררות תשובה, אין שו"ת להורות נתן ח"א (סי' נ"ט אות י"ד) אבער אין שו"ת דברי מלכיאל (ח"ב סי' נ"ג) שרייבט אז ניין, און זאגט וויבאלד ער קען נאך דעם טוהן די אלע סגולות וואס דאס איז א סגולה לזכרון צו געדענקען ווי למשל ללמוד בבית הכנסת (ירושלמי ברכות פ"ה ה"א) היגע תלמודו בבית הכנסת לא במהרה הוא משכח אדער איינער עסט שמן זית אדער הרגיל ביין ובשמים, אדער האוכל ביצה מגולגלת בלא מלח ווי די גמרא רעכענט אויס אין מסכת הוריות (דף י"ג ע"ב) אז די אלע זאכען זענען א סגולה אויף זכרון.

זקן שלא שכח תלמודו
טייערע ליינערס שרייבענדיג וועגען זקן ששכח תלמודו דערמאן איך זיך וועגען מיין גרויסע רבי הרה"ג ר' פנחס הירשפורנג זצוקלה"ה די רב הראשי פון מאנטריאל אין זיינע לעצטע יארן האט ער נאך געדענקט אלץ וואס ער האט געלערנט כל התורה כולה ממש, און בפרט ווי עס איז באקאנט פארן וועלט אז תלמיד בבלי איז געווען רגל על לשונו מיטן רש"י אין תוספות רבינו גרשם רבינו חננאל, אלץ וואס איז געווען געדריקט אינעם תלמיד בבלי כל רז לא אניס ליה, אין די יאר פון זיין פטירה האב איך אים אמאל געפרעגט א מאמר חז"ל וואס איך האב שוין א לענגערע צייט געזוכט. באלד אויפן ארט זאגט ער מיר ברעננג מיר א מסכת עירובין אין הייבט אן צומישען און נאך א פאר סקאנדעס מישען און טרעפט נישט די מאמר חז"ל האט ער פארמאכט די גמרא, זעהנדיג אז מיין גרויסע רבי האט עס נישט געטראפן האב איך אנגעהויבען צו רעדען וועגען אנדערע ענינים מיינענדיג אז אפשר איז ער מיד אדער שטארק אויסגעמאטערט, און איך רעד, און די רבי ענפערט מיך נישט, און קוקט אויס פארטראכט, האב איך געטראכט ביי מיר אז אפשר וויל די רבי אביסל זיך אפריען בין אויך ארויס פונעם צומער.

געטראפן
אינדרויסען האב איך געשמועסט מיט די שטוב מענטשען, גייט נישט דורך דריי מינוט הערט מען די רבי רופט איז פנחס וויליגער נאך דא, בין איך שנעל אריין אין צימער אין דער רבי שטייט ביים ספרים שאפער און ווייסט מיטין פינגער אויפגעמושט מסכת עירובין (דף ס"ה ע"א) די מאמר חז"ל וואס איך האב געזוכט, שמייכלדיג אזוי זאגט מיר די רבי, אז דער גאנץ צייט פון ווען איך האב אים געפרעגט די מראה מקום ביז יעצט האט ער דורך געלערנט מסכת עירובין בלאט נאך בלאט ביז דף ס"ה, הערט רבותי קנאפע פונף זעקס מינוט דורך צו לערנען מסכת עירובין פון אנהייב ביז דף ס"ה ע"א און זיין לעצטע יאר פון זיין לעבען דאס איז הרב הירשפרונג געווען חד בדרא, און א גאנץ לעבען מקיים געווען השמר לך פן תשכח, נישט פארגעסען קיין אות אחת וואס ער האט געלערנט זכותו הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל.

הרב פינחס וויליגער מח"ס נופת צופים ושמחת בחגך מונטריאל קאנאדא

תגובות

הוספת תגובה

(לא יפורסם באתר)
* (לצורך זיהוי אנושי)
תכנות: entry
© כל הזכויות שמורות לפורטל הדף היומי | אודות | צור קשר | הוספת תכנים | רשימת תפוצה | הקדשה | תרומות | תנאי שימוש באתר | מפת האתר